24 ה׳ס ווארט אבער איז געוואקסן און זיך פארמערט.
און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען.
און די האנט פון דעם האר איז געווען מיט זיי, און א גרויסע צאל האבן געגלויבט און זיך געקערט צום האר.
אזוי מעכטיק איז געוואקסן דאס ווארט פון דעם האר און האט זיך געשטארקט.
נאר אויב זי איז פון ה׳, וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאמער וועט איר געפונען ווערן ראנגלענדיק אויך קעגן ה׳. און זיי האבן אים געהארכט;
און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.
וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;
צום סוף, ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז, אז דאס ווארט פון דעם האר זאל לויפן און פארהערלעכט ווערן, ווי ביי אייך;