18 ווען אבער עס איז געווארן טאג, איז געווארן נישט קיין קליינע בהלה צווישן די זעלנער, וואס האט עס געקענט געשען מיט פעטרוסן?
און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.
הורדוס אבער, זוכנדיק אים און נישט געפינענדיק, האט אויסגעפארשט די שומרים, און געגעבן א באפעל, מען זאל זיי אוועקפירן געטייט צו ווערן. און איז אראפגעגאנגען פון יהודה קיין קיסריה און האט זיך דארט אויפגעהאלטן.
און ווי דער תפיסה שומר האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און געזען די טירן פון דער תפיסה אפן, האט ער ארויסגעצויגן זיין שווערד און זיך געוואלט דאס לעבן נעמען, מיינענדיק, אז די געפאנגענע זענען אנטלאפן.
און ארום יענער צייט איז געשען נישט קיין קליינע מהומה וועגן דעם (משיחיסטים) דרך (ה׳).