Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 12:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 12:17
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.


צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.


און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום.


און ער איז ווידער אוועק קיין עבר הירדן, צו דעם ארט, וואו יוחנן פלעגט צום ערשט טובל זיין אין דער מקווה, און איז דארט פארבלייבן.


יהושע/ישוע איז דעריבער מער נישט ארומגעגאנגען עפנטלעך צווישן די יידן, נאר איז אוועק פון דארטן צו דער געגנט נאענט פון דער מדבר, אין א שטאט, וואס מען רופט זי עפרים, און איז דארט פארבלייבן מיט די תלמידים.


האט שמעון פעטרוס געוואונקען צו דעם דאזיקן, און צו אים געזאגט: זאג ווער עס איז, וועגן וועמען ער רעדט.


און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.


זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


פעטרוס אבער האט געהאלטן אין איין קלאפן, און ווען זיי האבן אויפגעעפנט און אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן.


ווען אבער עס איז געווארן טאג, איז געווארן נישט קיין קליינע בהלה צווישן די זעלנער, וואס האט עס געקענט געשען מיט פעטרוסן?


און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט!


און נאך דעם ווי זיי זענען אנטשוויגן געווארן, האט יעקב געענטפערט, אזוי צו זאגן:


און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען.


און פון דעם המון האט מען ארויסגעשלעפט אלעקסאנדערן, וועמען די יידן האבן געשטופט פארויס. און אלעקסאנדער האט געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געוואלט האלטן א פארטיידיקונג רעדע פארן פאלק.


און דעם נעכסטן טאג איז פוילוס מיט אונדז אריינגעגאנגען צו יעקבן, און אלע זקנים זענען אהינגעקומען.


און ווען ער האט עס אים דערלויבט, האט פוילוס זיך געשטעלט אויף די טרעפ, און געמאכט א צייכן מיט דער האנט צום פאלק; און אז עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט, האט ער גערעדט צו זיי אויף לשון קודש, אזוי צו זאגן:


און פון דארטן זענען די ברידער, הערנדיק וועגן אונדז, אונדז אקייגנגעקומען ביז צום אפיוס פארום און טרעסטאבערנע; זעענדיק זיי, האט פוילוס אפגעגעבן א שבח צו ה׳ און זיך געשטארקט.


שפעטער האט ער זיך באוויזן צו יעקבן; נאך דעם צו אלע שליחים;


און קיין אנדערן פון די שליחים האב איך נישט געזען, אחוץ יעקבן, דעם הארס ברודער.


ווארום פריער, איידער עס זענען אנגעקומען אייניקע (לייט) פון יעקבן, האט ער געגעסן מיט די אומות (העולם); ווען אבער זיי זענען געקומען, האט ער זיך דערווייטערט און אפגעשיידט (פון זיי), מורא האבנדיק פאר די געמלטע.


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ