גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם.