14 און דערקענענדיק פעטרוסנס קול, האט זי אויס פרייד אים נישט אויפגעמאכט דאס טויער, נאר איז אריינגעלאפן און האט דערציילט, אז פעטרוס שטייט ביים טויער.
און ווי די לייט פון יענעם ארט האבן אים דערקענט, האבן זיי געשיקט אין יענער גאנצער געגנט ארום, און געברענגט צו אים אלע קראנקע;
און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים.
און בשעת זיי האבן נאך אלץ נישט געגלויבט פאר פרייד, און זיך געוואונדערט, האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר דא עפעס צו עסן?