8 איך אבער האב געזאגט: בשום אופן נישט, האר, ווייל קיין שום טמא אדער טריפה זאך איז (נאך) קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין מיין מויל.
און זיי האבן געזען, אז אייניקע פון זיינע תלמידים עסן ברויט מיט טמא הענט, דאס הייסט אומגעוואשן;
און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שטיי אויף, פעטרוס, שעכט און עס.
און צום צווייטן מאל האט א קול פון הימל מיר געענטפערט: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, זאלסטו נישט מטמא זיין.
איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא.
ווארום דער אומגלויביקער מאן ווערט געהייליקט דורך דער פרוי, און די אומגלויביקע פרוי ווערט געהייליקט דורך דעם ברודער; ווייל ווען נישט, וואלטן אייערע קינדער געווען טמאים, זיי זענען איצט אבער הייליק.