6 אין וועלכן איך האב זיך איינגעקוקט און באמערקט, און געזען די פירפיסיקע (בהמות) פון דער ערד און די חיות און שרצים און די פייגל פון הימל.
נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.
און ער האט צונויפגעוויקלט דאס ספר, האט עס אוועקגעגעבן דעם חזן און זיך אנידערגעזעצט; און אלעמענס אויגן אין שול זענען געווען גענייגט מיט שפאנונג אויף אים.
אין וועלכן עס האבן זיך געפונען אלע פירפיסיקע חיות און שרצים פון דער ערד און פייגל פון הימל.
איך בין געווען אין דער שטאט יפו און האב תפילה געטאן, און אין א טראנס האב איך געזען א חזיון, עפעס א געפעס איז אראפגעקומען ווי א גרויס ליילעך, אראפגעלאזט פון הימל ביי די פיר עקן; און עס איז געקומען צו מיר;
און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שטיי אויף, פעטרוס, שעכט און עס.
פעטרוס אבער האט אויף אים א בליק געטאן מיט יוחנן און געזאגט: קוק אויף אונדז.