Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 11:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 און די זאך וועגן זיי איז געהערט געווארן אין די אויערן פון דער קהילה, וועלכע איז געווען אין ירושלים, און זיי האבן ארויסגעשיקט בר‑נבאן קיין אנטיאכיען;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 11:22
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די שליחים און די ברידער, וועלכע זענען געווען אין יהודה, האבן געהערט, אז אויך די אומות (העולם) האבן אנגענומען ה׳ס ווארט.


און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן.


עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.


און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים.


אין די דאזיקע טעג זענען אראפגעקומען נביאים פון ירושלים קיין אנטיאכיען.


און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.


דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


און קומענדיק קיין קיסריה, איז ער אויסגעשטיגן און האט אפגעגעבן שלום דער קהלה, און איז אראפ קיין אנטיאכיען.


און דאס ווארט איז געפעלן דעם גאנצן עולם; און מען האט אויסדערוויילט סטעפאנוסן, א מאן פול מיט אמונה און מיט דעם רוח הקודש, און פיליפוסן און פראכארוסן און ניקאנאר און טימאן און פארמענאס, און ניקאלאאסן, א גר פון אנטיוכיא.


און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן;


בר‑נבא אבער האט אים גענומען, און אוועקגעפירט צו די שליחים, און זיי דערציילט, וויאזוי ער האט געזען דעם האר אויפן וועג, און אז ער האט צו אים גערעדט, און ווי ער האט מיט דרייסטקייט גערעדט אין דמשק אין ישועס נאמען.


ווען אבער כיפא איז געקומען קיין אנטיאכיען, האב איך מיך אים אקייגנגעשטעלט פנים אל פנים, ווייל ער איז געווען שולדיק.


איצט אבער ווען טימאטעוס איז געקומען צו אונדז פון אייך, און אונדז אנגעזאגט די גוטע נייעס וועגן אייער אמונה און ליבע, און אז איר געדענקט אונדז שטענדיק צום גוטן, בענקענדיק אונדז צו זען, ווי מיר אייך,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ