21 און די האנט פון דעם האר איז געווען מיט זיי, און א גרויסע צאל האבן געגלויבט און זיך געקערט צום האר.
און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים.
ווייל ער איז געווען אן איש טוב און אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש און מיט אמונה; און אן אנגעזעענער המון מענטשן האט זיך אונטערטעניק געמאכט צום האר.
דערפאר באשליס איך, מען זאל נישט מחמיר זיין אויף די, וואס קערן זיך צו ה׳ פון צווישן די אומות;
לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.
א סך אבער וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן געגלויבט; און די צאל פון די מענער איז געווען אן ערך פינף טויזנט.
און די מאמינים אינם האר האבן זיך פיל פארמערט, מאסן מענער און אויך פרויען;
און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.
און אלע איינוואוינער פון לוד און שרון האבן אים געזען און האבן זיך געקערט צום האר (אין גלויבן).
ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך.