18 און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.
און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.
און די שליחים און די ברידער, וועלכע זענען געווען אין יהודה, האבן געהערט, אז אויך די אומות (העולם) האבן אנגענומען ה׳ס ווארט.
און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.
און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.
עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה;
דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,
צו אייך קודם כל האט ה׳ אויפגעשטעלט זיין קנעכט און אים געשיקט אייך צו בענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פון זיינע (מעשים) רעים.
אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים.
וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה;
און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט.
ווארום די עצבות לויט ה׳ איז גורם תשובה צו ישועה, נישט צום באדויערן; די עצבות אבער פון דער וועלט איז גורם דעם טויט.
און האבן פארהעלעכט ה׳ צוליב מיר.