1 און די שליחים און די ברידער, וועלכע זענען געווען אין יהודה, האבן געהערט, אז אויך די אומות (העולם) האבן אנגענומען ה׳ס ווארט.
און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים,
און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים.
און ווען זיי זענען אריינגעגאנגען אין קבר אריין, האבן זיי געזען א בחור זיצן אויף דער רעכטער זייט, אנגעטאן אין א ווייס קלייד, און זיי האבן זיך שטארק דערשראקן.
א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם) און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל. (ישעיהו מב, ו.)
און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—
און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.
און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.
און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.
און פון דארטן זענען די ברידער, הערנדיק וועגן אונדז, אונדז אקייגנגעקומען ביז צום אפיוס פארום און טרעסטאבערנע; זעענדיק זיי, האט פוילוס אפגעגעבן א שבח צו ה׳ און זיך געשטארקט.