9 און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה;
און זיי זענען געגאנגען און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען ארום דער זעקסטער און ניינטער שעה, און האט דאס זעלביקע געטאן.
דער, וואס איז אויפן דאך, זאל נישט אראפגיין נעמען עפעס פון זיין הויז;
און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
דו אבער, ווען דו טוסט תפילה, גיי אריין אין דיין חדרל, און פארשליס די טיר, און זיי מתפלל צו דיין פאטער, וואס איז פארבארגן, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
און אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען זייער טונקל, איז ער אויפגעשטאנען, איז ארויסגעגאנגען און איז אוועק אויף א וויסט ארט, און האט דארט תפילה געטאן.
און נאך דעם ווי ער האט זיך געזעגנט מיט זיי, איז ער אוועקגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן.
ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
מיר אבער וועלן אנהאלטן אין תפילה און אין דער עבודה פון דעם ווארט.
מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים,
דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און מחלוקת.