42 און ער האט אונדז באפוילן אויסצורופן צום פאלק און עדות צו זאגן, אז ער איז דער פון ה׳ באשטימטער שופט פון די לעבעדיקע און טויטע.
ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!
יא, דער בר אנש גייט טאקע, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן; נאר וויי איז צו יענעם מענטשן, דורך וועמען ער ווערט פארראטן!
ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט;
נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.
ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.
און בשעת ער האט גערעדט וועגן צדקות, און נצחון איבער יצר הרע, און דעם משפט לעתיד לבוא (יום הדין), האט פעליקס זיך געפארכטן, און געענטפערט: איצט גיי דיר שוין; און ווען איך וועל האבן א באקוועמערע צייט, וועל איך דיך ווידער לאזן רופן.
גייט, שטעלט זיך און רעדט אין בית המקדש צום פאלק אלע רייד פון דעם דאזיקן לעבן.
אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.
ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.
איך באשווער דיך פאר ה׳ און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער וועט משפטן די לעבעדיקע און די טויטע, און פאר זיין דערשיינונג און זיין מלכות;
פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.
זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע.
זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.
זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים.