Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 10:38 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

38 ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 10:38
40 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,


אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם גייסט פון ה׳, אזוי איז שוין ה׳ס קעניגרייך געקומען צו אייך.


און יהושע/ישוע איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט מיט זיינע תלמידים.


און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט.


און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן. און ער איז ארומגעגאנגען אין די ארומיקע דערפער און האט געלערנט.


און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,


און בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער.


און זיי זענען געגאנגען אין אן אנדער דארף אריין.


יהושע/ישוע האט זיי געענטפערט: א סך מעשים טובים האב איך אייך געוויזן פון דעם פאטער; צוליב וועלכער פון די דאזיקע מעשים, שטייניקט איר מיך?


זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר.


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


ווארום ער, וועמען ה׳ האט געשיקט, רעדט די ווערטער פון ה׳; ווארום ער גיט נישט דעם גייסט מיט א מאס.


ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.


קענט איר; און איר קענט די זאך, וואס איז געשען איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, וועלכע האט זיך אנגעהויבן פון גליל נאך דער מקווה, וואס יוחנן האט אויסגערופן—


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


דו האסט ליב געהאט גערעכטיקייט און געהאסט רשעות, צוליב דעם האט דיך ג‑ט דיין ג‑ט געזאלבט מיטן אייל פון פרייד איבער דיינע חברים. (תהלים מה, ז, ח.)


זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען;


און איר האט א זאלבונג פון הקדוש ברוך הוא, און אלע פון איר האבן דערקענטעניש.


ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ