Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 10:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 10:31
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן.


און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,


שיק דעריבער קיין יפו, און לאד איין שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; ער שטייט איין אינם הויז פון שמעון, א גארבער, ביים ים.


און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳.


איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳.


ווארום ה׳ איז נישט אומגערעכט צו פארגעסן אייערע מעשים און די ליבע, וועלכע איר האט ארויסגעוויזן צו זיין נאמען דערמיט, וואס איר האט באדינט די קדושים און באדינט זיי נאך.


און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ