27 און רעדנדיק מיט אים, איז ער אריינגעגאנגען, און האט געפונען א סך צונויפגעקומענע;
און האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן אלעם דעם, וואס איז פארגעקומען. און עס איז געשען,
צי זאגט איר דען נישט: נאך פיר חדשים, און עס קומט דער שניט? זע, איך זאג אייך: הייבט אויף אייערע אויגן און זעט די פעלדער, אז זיי זענען שוין ווייס צום שניט.
און דעם אנדערן טאג זענען זיי אריינגעקומען קיין קיסריה. קארנעליוס אבער האט שוין געווארט אויף זיי, האבנדיק צוזאמענגערופן זיינע קרובים און די אינטימע פריינד.
און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.
ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער.
און ווען איך בין געקומען קיין טראאס פאר דער גוטער בשורה פון דעם משיח, און א טיר איז מיר געעפנט געווארן אין דעם האר,
תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן;