21 און פעטרוס איז אראפגעגאנגען צו די מענער, און האט געזאגט: אָט בין איך, וועמען איר זוכט; וואס פאר א סיבה איז עס, צוליב וועלכער איר זענט געקומען?
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן!
נאר שטיי אויף, גיי אראפ, און פאר מיט זיי, צווייפל גארנישט; ווייל איך האב זיי געשיקט.
האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.
היות איך בין גערופן געווארן, בין איך דערפאר געקומען אָן איינווענד. איך פרעג דעריבער, צוליב וואס האט איר מיך געלאזט רופן?