20 נאר שטיי אויף, גיי אראפ, און פאר מיט זיי, צווייפל גארנישט; ווייל איך האב זיי געשיקט.
און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.
און פעטרוס איז אראפגעגאנגען צו די מענער, און האט געזאגט: אָט בין איך, וועמען איר זוכט; וואס פאר א סיבה איז עס, צוליב וועלכער איר זענט געקומען?
און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז;
און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין.
און א מלאך פון האר (ג‑ט) האט גערעדט צו פיליפוסן, אזוי צו זאגן: שטיי אויף, און גיי קיין דרום זייט אויף דעם וועג, וואס פירט אראפ פון ירושלים קיין עזה; דער זעלביקער איז וויסט.
דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.
נאר זאל ער בעטן מיט בטוח אמונה, גארנישט מסופק; ווארום דער צווייפלער איז געגליכן צו א כוואליע פונם ים, וואס ווערט געטראגן און געטריבן פונם ווינט.