19 און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך.
דאך ווען ער וועט קומען, דער גייסט פון אמת, וועט ער אייך פירן אין דעם גאנצן אמת אריין; ווארום ער וועט נישט רעדן פון זיך אליין, נאר אלץ, וואס ער הערט, וועט ער רעדן; און ער וועט אייך אנזאגן דאס, וואס דארף ערשט קומען.
און האבן גערופן און געפרעגט, צי שמעון, וועמען מען רופט פעטרוס, שטייט דא איין.
ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז;
און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן.
און ווען עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה, האט פעטרוס זיך אויפגעשטעלט און געזאגט צו זיי: ברידער, איר ווייסט, אז פון די פריעסטע טעג אָן האט ה׳ (מיך) אויסדערוויילט צווישן אייך, כדי דורך מיין מויל זאלן די אומות (העולם) הערן דאס ווארט פון דער בשורה טובה און זאלן גלויבן.
און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים.
און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן.
דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל.
דער גייסט אבער זאגט אויסדריקלעך, אז אין שפעטערע צייטן וועלן אייניקע אפפאלן פון דער אמונה, האלטנדיק זיך צו פארפירערישע גייסטער און טייוולאנישע לערנונגען