Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 1:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 1:9
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)


און דעמאלט וועלן זיי זען דעם בר אנש קומען אויף א וואלקן מיט מאכט און פיל הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.)


און וואס וועט זיין, ווען איר וועט זען דעם בר אנש ארויפגיין, וואו ער איז פריער געווען?


וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.


ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט;


דאן מיר, די לעבעדיקע, וועלכע זענען איבערגעבליבן, וועלן צוזאמען מיט זיי ארויפגעכאפט ווערן אין די וואלקנס, צו באגעגענען דעם האר אין דער לופט; און אזוי וועלן מיר תמיד זיין מיט דעם האר.


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.


און האבן געהערט א הויך קול פון הימל זאגן צו זיי: קומט ארויף אהער! און זיי זענען ארויפגעגאנגען אין הימל אריין אין א וואלקן; און זייערע שונאים האבן זיי געזען.


די דאזיקע זענען עס, וואס האבן זיך נישט באפלעקט מיט קיין פרויען; ווארום זיי זענען (ווי) בתולות. די דאזיקע פאלגן נאך דאס לעמעלע, וואו עס גייט נאר. די דאזיקע זענען אויסגעקויפט געווארן פון צווישן די מענטשן, ווי ביכורים פאר ה׳ און פאר דעם לעמעלע;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ