7 האט ער צו זיי געזאגט: עס איז נישט אייער זאך צו וויסן די צייטן אדער זמנים, וועלכע דער פאטער האט פעסטגעזעצט אין זיין מאכט.
זאגט ער צו זיי: מיין כוס וועט איר טאקע טרינקען; נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט, און אויף מיין לינקער זייט, איז נישט מיין זאך צו געבן; עס איז נאר פאר די, פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן פון מיין פאטער.
נאר וואס שייך יענעם טאג און שעה ווייסט קיינער נישט, אפילו נישט די מלאכים אין הימל, אויך דער זון נישט, אחוץ דער פאטער אליין.
נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט אדער לינקער זייט איז נישט מיינס צו געבן, נאר (עס איז פאר די) פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן.
נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער.
און זיי וועלן פאלן פון דער שארף פון דער שווערד, און געפאנגען געפירט ווערן צווישן אלע פעלקער; און ירושלים וועט צעטרעטן ווערן פון אומות (העולם), ביז די צייטן פון די אומות (העולם) וועלן דערפילט ווערן.
און האט פון איין בלוט געמאכט אלע מענטשלעכע פעלקער, צו וואוינען אויף דער גאנצער אייבערפלאך פון דער ערד, באשטימענדיק פעסטגעזעצטע צייטן און די גרענעצן פון זייער וואוינונג;
כדי אין דער פארוואלטונג פון דער פולקייט פון די צייטן איינצוזאמלען אינם משיח אלץ, וואס איז אויף די הימלען און אויף דער ערד;
וואס עס וועט ווייזן אין דער געהעריקער צייט דער געבענטשטער און איינציק מעכטיקער, דער מלך המלכים און אדון האדונים,
דאס דאזיקע אבער זאלסטו וויסן, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען שווערע צייטן.