1 דעם ערשטן באריכט האב איך געמאכט, אָ טעאפילוס, וועגן אלעם, וואס יהושע/ישוע האט אנגעהויבן צו טאן און צו לערנען,
בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
און נאך די דאזיקע טעג איז אלישבע, זיין ווייב, טראגעדיק געווארן, און זי האט זיך פארבארגן פינף חדשים, אזוי צו זאגן:
איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס,
און דער קנעכט האט געזאגט: האר, עס איז געשען, ווי דו האסט באפוילן, און עס איז נאך דא ארט!
און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;
און יהושע/ישוע אליין איז אלט געווען ביי דרייסיק יאר ווען ער האט אנגעהויבן (זיין עבודה); און איז געווען, ווי מען האט געמיינט, דער זון פון יוסף בן עלי,
מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,