7 ווארום פאר זיין נאמען וועגן זענען זיי ארויסגעגאנגען, נישט אננעמענדיק קיין זאך פון די אומות (העולם).
אבער דאס אלץ וועט מען אייך טאן צוליב מיין נאמען, ווייל זיי קענען נישט אים, וואס האט מיך געשיקט.
זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט.
אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.
און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.
און די, וואס זענען צעשפרייט געווארן, זענען ארומגעגאנגען מבשר זייענדיק דאס ווארט.
ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.
וואס זשע איז מיין שכר? אז אנזאגנדיק די בשורה טובה, זאל איך פארלייגן די בשורה טובה בחינם, און נישט מאכן קיין געברויך פון מיין רשות אין דער גוטער בשורה.
ווארום מיט וואס זענט איר נידעריקער געשטעלט געווארן אין פארגלייך מיט די איבריקע קהלות, אחוץ וואס איך בין אייך נישט געפאלן צו לאסט? זייט מיר מוחל די דאזיקע עוולה!
ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען.
דערפאר טאקע האט אויך ה׳ אים זייער דערהייבט, און אים געשענקט דעם נאמען, וואס איז איבער יעדן נאמען,
איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;
מיר זענען דעריבער מחייב אויפצונעמען אזעלכע, כדי מיר זאלן ווערן מיטארבעטער אין דעם אמת.
און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד.