3 ווארום איך האב מיך זייער געפריידט, ווען ברידער זענען געקומען און האבן עדות געזאגט וועגן דעם אמת אין דיר, וויאזוי דו לעבסט אין דער ווארהייט.
און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—
פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת;
דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.
אלעמאל אין אלע מיינע תפילות פאר אייך אלעמען—תפילה טוענדיק מיט פרייד—
צוליב דעם אמת, וואס בלייבט אין אונדז, און וועט זיין מיט אונדז ביז אויף אייביק;
איך האב מיך זייער געפריידט, אז איך האב געפונען (אייניקע) פון דיינע קינדער גיין אינם אמת, לויט ווי מיר האבן באקומען א געבאט פון דעם פאטער.
דערפאר, ווען איך וועל קומען, וועל איך אים דערמאנען די מעשים, וואס ער טוט, בארעדנדיק אונדז מיט בייזע רייד; און נישט צופרידן מיט דעם, נעמט ער אליין נישט אויף די ברידער, און פארווערט יענע, וואס ווילן (עס טאן), און טרייבט זיי ארויס פון דער קהלה.
געליבטער, איך טו תפילה, אז אין אלעם זאלסטו מצליח זיין, און זיין געזונט, אזוי, ווי עס גייט גוט דיין נשמה.
קיין גרעסערע פרייד האב איך נישט, ווי צו הערן, אז מיינע קינדער לעבן אין דעם אמת.
געליבטער, דו האנדלסט געטריי אין דעם, וואס דו טוסט פאר די ברידער און פאר די אורחים,