12 וועגן דעמעטריוסן האבן אלע (גוט) עדות געזאגט, אפילו דער אמת אליין; און אויך מיר זאגן עדות; און דו ווייסט, אז אונדזער עדות זאגן איז ווארהאפטיק.
און דער, וואס האט עס געזען, האט עדות געזאגט, און זיין עדות זאגן איז וואר; און ער ווייסט, אז ער זאגט דעם אמת, כדי אויך איר זאלט גלויבן.
דאס איז דער תלמיד, וואס זאגט עדות וועגן די דאזיקע זאכן, און האט זיי געשריבן; און מיר ווייסן, אז זיין עדות זאגן איז אמת.
האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.
און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט,
נאר זוכט זיך אויס, ברידער, צווישן אייך זיבן מענער, וואס האבן א גוטן נאמען און זענען פול מיט דעם רוח הקודש און מיט חכמה, זיי וועלן מיר באשטימען איבער דעם דאזיקן ענין;
כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.
און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ.