Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ג יוחנן בריוו 1:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 דערפאר, ווען איך וועל קומען, וועל איך אים דערמאנען די מעשים, וואס ער טוט, בארעדנדיק אונדז מיט בייזע רייד; און נישט צופרידן מיט דעם, נעמט ער אליין נישט אויף די ברידער, און פארווערט יענע, וואס ווילן (עס טאן), און טרייבט זיי ארויס פון דער קהלה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ג יוחנן בריוו 1:10
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.


דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


איך האב פארויסגעזאגט, און זאג פארויס, ווי בשעת איך בין געווען ביי אייך דאס צווייטע מאל, און איצט פונדערווייטנס, צו די, וואס האבן פריער געזינדיקט און צו די אלע איבריקע, אז ווען איך וועל ווידער קומען, וועל איך נישט שוינען;


דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.


און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט.


אויב איינער קומט צו אייך און ברענגט נישט די דאזיקע לערנונג, זאלט איר אים נישט אויפנעמען אין הויז אריין, און נישט אפגעבן קיין שלום;


האבנדיק א סך צו שרייבן צו אייך, האב איך עס (אבער) נישט געוואלט (טאן) מיט פאפיר און טינט; נאר איך האף צו קומען צו אייך און צו רעדן מויל צו מויל, כדי אונדזער פרייד זאל זיין פול.


ווארום איך האב מיך זייער געפריידט, ווען ברידער זענען געקומען און האבן עדות געזאגט וועגן דעם אמת אין דיר, וויאזוי דו לעבסט אין דער ווארהייט.


געליבטער, דו האנדלסט געטריי אין דעם, וואס דו טוסט פאר די ברידער און פאר די אורחים,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ