20 אין א גרויס הויז געפינען זיך נישט בלויז גאלדענע און זילבערנע כלים, נאר אויך הילצערנע און ליימענע; און די ערשטע צו כבוד און די לעצטע צו אומכבוד.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב נישט קיין בייזן גייסט, נאר איך גיב אפ כבוד צו מיין פאטער, און איר זענט מיך מבזה.
אבער, מענטש, ווער ביסטו, וואס האסט א טענה קעגן ה׳? וועט דען א געמאכטע זאך זאגן צו דעם בעל מלאכה: פארוואס האסטו מיך אזוי געמאכט? (ישעיהו מה, ט.)
ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.
מיר האבן אבער דעם דאזיקן אוצר אין ערדענע כלים, כדי די איבערמאסיקע מאכט זאל זיין פון ה׳, און נישט פון אונדז;
אין וועמען אויך איר ווערט מיטגעבויט פאר א וואוינונג פון ה׳ אינם גייסט.
און אויב איך וועל מיך פארזאמען, כדי דו זאלסט וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין ה׳ס הויז, וועלכעס איז די קהלה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זייל און פונדאמענט פונם אמת.
און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.