Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב טעסאלאניקער בריוו 3:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב טעסאלאניקער בריוו 3:8
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אונדזער טעגלעך ברויט גיב אונדז היינט.


און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.


איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער.


און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס;


צי האבן מיר דען נישט קיין רשות צו עסן און צו טרינקען?


אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).


און בשעת איך בין געווען ביי אייך און האב געליטן נויט, בין איך קיינעם נישט געפאלן צו לאסט; ווארום די ברידער, וואס זענען געקומען פון מאצעדאניען, האבן פול אנגעפילט מיין נויט; און אין אלעם האב איך מיך געהיטן נישט (צו זיין) קיין לאסט פאר אייך, און וועל מיך נאך היטן.


זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט.


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


און שטרעבן צו פירן א שטיל לעבן, און טאן דאס אייעריקע, און ארבעטן מיט אייערע אייגענע הענט, פונקט אזוי ווי מיר האבן אייך געבאטן,


אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ