ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש,
און אָט דאס האב איך געשריבן, כדי ווען איך וועל קומען, זאל איך נישט האבן קיין טרויער פון די, וואס איך דארף זיך פרייען מיט זיי; זייענדיק בטוח אויף אייך אלעמען, אז מיין שמחה איז אייער אלעמענס שמחה.
און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך.