און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.
די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.
אויב איך האב געקעמפט פשוט ווי א מענטש מיט די ווילדע חיות אין עפעזוס, וואס נוצט עס מיר? אויב די טויטע שטייען נישט אויף, לאמיר עסן און טרינקען, ווארום מארגן שטארבן מיר! (ישעיהו כב, יג.)