1 צום סוף, ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז, אז דאס ווארט פון דעם האר זאל לויפן און פארהערלעכט ווערן, ווי ביי אייך;
בעט זשע דעם האר פון דעם שניט, אז ער זאל ארויסשיקן ארבעטער צו זיין שניט!
און האט צו זיי געזאגט: דער שניט איז גרויס, די ארבעטער אבער זענען ווייניק; בעט זשע דעם האר פונם שניט, אז ער זאל שיקן ארבעטער צו זיין שניט!
ה׳ס ווארט אבער איז געוואקסן און זיך פארמערט.
אזוי מעכטיק איז געוואקסן דאס ווארט פון דעם האר און האט זיך געשטארקט.
און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.
איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳,
ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער.
בשעת איר טוט אויך מיטהעלפן מיט אייער תפילה טאן פאר אונדז; כדי פאר דער מתנה, וואס איז אונדז געגעבן געווארן פון א סך פערזאנען, זאלן א סך אפגעבן א שבח פאר אונדזערטוועגן.
צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.
תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן;
ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך.
ווארום פון אייך איז דאס ווארט פון דעם האר ארויסגעגאנגען נישט בלויז קיין מאצעדאניען און אכאיא, נאר אויף יעדן ארט האט זיך אייער אמונה צו ה׳ פארברייטערט, אזוי, אז מיר דארפן גארנישט רעדן דערפון.
ווארום איר אליין, ברידער, ווייסט, אז אונדזער אריינגאנג צו אייך איז נישט געווען אומזיסט;
און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן.
און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.
טוט תפילה אָן אויפהער;
ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז.
פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן.