און דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי ווען די שעה וועט קומען, זאלט איר זיך דערמאנען דערין, אז איך האב עס אייך געזאגט. אין אנהויב אבער האב איך עס אייך נישט געזאגט, ווייל איך בין געווען מיט אייך.
צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.
קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.