Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב טעסאלאניקער בריוו 2:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב טעסאלאניקער בריוו 2:2
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.


און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף.


דורך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע לעבנס!


ווען אבער איר וועט הערן פון מלחמות און מהומות, זאלט איר זיך נישט שרעקן, ווארום דאס מוז קודם כל געשען; נאר דער קץ איז נישט באלד.


זאל אייער הארץ זיך נישט באאומרואיקן; איר גלויבט אין ה׳, גלויבט אויך אין מיר.


שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט.


וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


און די גייסטער פון די נביאים זענען אונטערטעניק צו די נביאים;


איך האלט דעריבער דאס דאזיקע פאר גוט צוליב דער איצטיקער שווערער צייט, אז עס איז גוט פאר א מענטשן אזוי צו בלייבן:


זאל אייך קיינער נישט פארפירן מיט פוסטע רייד; ווארום דורך די דאזיקע קומט ה׳ס צארן אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט.


כדי קיינער זאל זיך נישט וואקלען אין די דאזיקע צרות; ווארום איר ווייסט אליין, אז דערצו זענען מיר באשטימט.


ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע;


ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט.


שטייט זשע פעסט, ברידער, און האלט די קבלות, וועלכע איר זענט געלערנט געווארן, סאי דורך אונדזער ווארט, סאי דורך אונדזערס א בריוו.


דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט, וואס איז א סימן אין יעדן בריוו; אזוי שרייב איך.


און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ