Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב טעסאלאניקער בריוו 2:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און מיט יעדער פארפירערישקייט פון אומגערעכטיקייט פאר די, וואס ווערן פארלוירן, ווייל זיי האבן נישט אנגענומען די ליבע פון אמת, כדי געראטעוועט צו ווערן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב טעסאלאניקער בריוו 2:10
29 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן.


ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.


איך אבער נעם נישט אָן דאס עדות זאגן פון א מענטשן, נאר דאס זאג איך, כדי איר זאלט געראטעוועט ווערן.


ברידער, דער באגער פון מיין הארצן און מיין תפילה צו ה׳ איז פאר זייער ישועה.


ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן.


אבער געלויבט זיי ה׳, אז איר וואס זענט געווען קנעכט פון דער זינד, זענט געווארן געהארכזאם פונם הארצן צו דעם פארבילד פון דער לערנונג, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן;


ווארום דאס ווארט פונם בוים איז נארישקייט צו די, וועלכע ווערן פארלוירן; פאר אונדז אבער, וואס ווערן געראטעוועט, איז עס ה׳ס גבורה.


אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.


ווארום אזעלכע (מענטשן) זענען פאלשע שליחים, באטריגערישע ארבעטער, וואס פארשטעלן זיך פאר שליחים פון דעם משיח.


עס איז דעריבער נישט קיין גרויסע זאך, אויב אפילו זיינע משרתים פארקליידן זיך ווי משרתים פון צדקות; וועמעס סוף וועט זיין לויט זייערע מעשים.


ווייל מיר זענען א ריח ניחוח פון דעם משיח פאר ה׳, צווישן די, וואס ווערן געראטעוועט, און צווישן די, וואס ווערן פארלוירן;


ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.


כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן;


זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די אומות (העולם), אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף.


כדי אלע זאלן געמשפט ווערן, וועלכע האבן נישט געגלויבט דעם אמת, נאר האבן געהאט א וואוילגעפעלן אין רשעות.


מיר אבער זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת;


וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת.


נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד;


זיי אבער, ווי אומפארשטאנדיקע חיות, בטבע געבוירן דערצו, געפאנגען און אומגעברענגט צו ווערן, לעסטערן דאס, וואס זיי פארשטייען נישט, זיי וועלן אומקומען אין זייער פארדארבנקייט,


ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ