Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב טעסאלאניקער בריוו 1:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 אין א פלאם פייער, געבנדיק א נקמה פארגעלטונג די, וואס קענען נישט ה׳ און זענען נישט געהארכזאם צו דער גוטער בשורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב טעסאלאניקער בריוו 1:8
59 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.


און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.


זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואו איז דיין פאטער? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט איר קענט מיך, נישט דעם פאטער מיינעם; אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער.


און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.


און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;


דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,


אבער נישט אלע האבן געהארכט דער בשורה טובה; ווארום ישעיה זאגט: האר, ווער האט געגלויבט וואס מיר האבן געהערט? (ישעיהו נג, א.)


ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש,


איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;


צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות?


ווערט ניכטערן ווי עס געהער צו זיין, און זינדיקט נישט; ווארום אייניקע (צווישן אייך) קענען נישט ה׳; צו אייער חרפה זאג איך עס.


מיר ווארפן אום תחבולות, און יעדע הויכקייט, וואס דערהייבט זיך קעגן דער דערקענטעניש פון ה׳, און נעמען געפאנגען יעדע מחשבה צו דער געהארכזאמקייט פונם משיח,


אומפארשטאנדיקע גאלאטער! ווער האט אייך פארכישופט, אייך, פאר וועמעס אויגן יהושע/ישוע המשיח איז פריער געמאָלט געווארן אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים?


נאר דעמאלט, ווען איר האט נישט געקענט ה׳, האט איר געדינט צו די, וואס מן הטבע זענען נישט קיין ג‑טער;


נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳;


נאר א שרעקלעך ווארטן אויף דעם משפט און געפערלעך פייער, וואס וועט פארצערן די ווידערשפעניקע.


ווארום מיר קענען אים, וואס האט געזאגט: צו מיר געהערט נקמה, איך וועל באצאלן. און ווידער: דער האר (ג‑ט) וועט משפטן זיין פאלק. (דברים לב, לה-לו.)


דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט.


ווארום אונדזער ג‑ט איז א פארצערנדיק פייער.


וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט,


און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים;


לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.


ווי שרה האט געהארכט אברהמען, און אים גערופן האר; וועמעס טעכטער איר זענט געווארן, ווען איר טוט גוטס און שרעקט זיך נישט אפ פון קיין שום פחד.


ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה?


די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.


ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער.


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


און זיי האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: ביז ווען, אָ האר, הייליקער און ווארהאפטיקער, וועסטו נישט משפטן און זיך נישט נוקם זיין פאר אונדזער בלוט פון די איינוואוינער אויף דער ערד?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ