Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב טעסאלאניקער בריוו 1:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און צו אייך, די געפייניקטע, מנוחה מיט אונדז ביי דער אנטפלעקונג פון דעם האר יהושע/ישוע פון הימל מיט די מלאכים פון זיין מאכט

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב טעסאלאניקער בריוו 1:7
51 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


באמת זאג איך אייך, אז אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דעם בר אנש קומען אין זיין מלכות.


ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


זאגט יהושע/ישוע צו אים: דו האסט עס געזאגט! דאך זאג איך אייך: פון איצט אָן וועט איר זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען אויף די וואלקנס פון הימל! (תהלים קי, א; דניאל ז, יג-יד.)


און יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.)


ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.


אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט.


אויף דעם זעלביקן אופן וועט עס זיין אין דעם טאג, ווען דער בר אנש וועט אנטפלעקט ווערן.


אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן; און אחוץ דורך אים איז נישט באשאפן געווארן קיין זאך, וואס איז באשאפן געווארן.


און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.


וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.


דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,


און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.


וועט יעדנס ארבעט אנטפלעקט ווערן; ווארום דער טאג וועט עס מאכן (באשיימפערלעך) קלאר, ווייל עס וועט זיך אנטפלעקן דורך פייער; און דאס פייער אליין וועט אויספרובירן יעדנס ארבעט, פון וואס פאר א מין זי איז.


ווארום אונדזער לייכטע און צייטווייליקע באדריקונג פארשאפט אונדז, מער און מער איבער דער מאס, א משא פון אייביקן כבוד;


חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


ווייל אין אים איז באשאפן געווארן אלץ, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד, די זיכטבארע זאכן און די אומזיכטבארע, סאי טראנען, סאי הערשאפטן, סאי מאכטן, סאי ממשלות; אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן, און פאר זיינעטוועגן;


כדי ער זאל באפעסטיקן אייערע הערצער, (צו זיין) אָן א מום אין קדושה פאר ג‑ט און אונדזער פאטער, ביים ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע מיט אלע זיינע קדושים.


אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען;


און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע,


נאר א שרעקלעך ווארטן אויף דעם משפט און געפערלעך פייער, וואס וועט פארצערן די ווידערשפעניקע.


ווארום אונדזער ג‑ט איז א פארצערנדיק פייער.


לאמיר דעריבער זיך פארכטן, טאמער, בשעת עס בלייבט פאר אונדז א הבטחה, אריינצוקומען אין זיין מנוחה, ווייזט זיך ארויס, אז עמיצער פון אייך בלייבט הינטערשטעליק.


לאמיר זשע זיך פלייסן אריינצוקומען אין יענער מנוחה, כדי קיינער זאל נישט פאלן לויט דעם זעלביקן ביישפיל פון ווידערשפעניקייט.


אזוי ארום בלייבט נאך א מנוחת שבת פאר ה׳ס פאלק.


אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.


וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.


די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.


ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער.


זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.


וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע;


און איך האב געהערט א קול פון הימל, אזוי צו זאגן: שרייב: וואויל איז די טויטע, וועלכע שטארבן אין דעם האר, פון איצט אָן! יא—זאגט דער גייסט—כדי זיי זאלן האבן מנוחה פון זייער מי; ווארום זייערע מעשים פאלגן זיי נאך.


און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי.


און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.


איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.


און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן—


און ער האט צו מיר געזאגט: גיב אכטונג, טו דאס נישט! איך בין דיין מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, די נביאים, און פון די, וואס היטן אפ די ווערטער, פון דעם דאזיקן ספר; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן!


און עס איז זיי געגעבן געווארן, יעדן איינעם, א ווייס קלייד; און עס איז זיי געזאגט געווארן, אז זיי זאלן נאך רוען א קליינע צייט, ביז עס וועט זיך אנפילן (די צאל) אויך פון זייערע מיטקנעכט און זייערע ברידער, וועלכע וועלן אומגעברענגט ווערן, ווי זיי.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ