5 כדי איר זאלט גערעכנט ווערן ראוי צום קעניגרייך פון ה׳, פאר וועלכן איר ליידט אויך;
די אבער, וואס זענען ווערט צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט;
דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).
שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.
דו אבער, לויט דיין הארטקייט און דיין נישט תשובהדיקן הארץ, זאמלסט דיר איין צארן אינם טאג פון צארן און אנטפלעקונג פון ה׳ס גערעכטן משפט,
און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.
דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן,
און אין גארנישט אנגעשראקן פון די קעגנער: וועלכעס איז צו זיי א באווייז פון פארלוירן ווערן, צו אייך אבער פון רעטונג, און דאס דאזיקע איז פון ה׳;
און זאלט דאנקען דעם פאטער, וועלכער האט אונדז מזכה געווען צו דעם חלק פון דער ירושה פון די הייליקע אין ליכט,
ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן),
דערפאר טאן מיר אויך תמיד מתפלל זיין פאר אייערטוועגן, כדי אונדזער ג‑ט זאל אייך מאכן ראוי פון דעם רוף, און דערפילן מיט מאכט יעדן באגער (אייערן) צום גוטן; און (יעדע) טאט פון אמונה;
אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען;
ווער וועט נישט מורא האבן פאר דיר, אָ האר, און נישט אפגעבן כבוד צו דיין נאמען? ווייל דו אליין ביסט הייליק; יא, אלע אומות (העולם) וועלן קומען און זיך בוקן פאר דיר; ווייל דיינע גערעכטע משפטים זענען אנטפלעקט געווארן.
און איך האב געהערט דעם מזבח זאגן: יא, האר, ג‑ט אלמעכטיקער, ווארהאפטיק און גערעכט זענען דיינע משפטים!
ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט.
נאר דו האסט אין סארדעס אייניקע נעמען, וועלכע האבן נישט באפלעקט זייערע מלבושים; און זיי וועלן גיין מיט מיר אין ווייסן; ווייל זיי זענען ראוי.