15 און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן,
ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.
איז עס אונדז וואוילגעפעלן, האבנדיק געקומען צו א הסכם, צו שיקן צו אייך אויסדערוויילטע מענער צוזאמען מיט אונדזערע געליבטע בר‑נבא און פוילוס,
און האט אים מציל געווען פון אלע זיינע צרות, און אים געשענקט חן און חכמה פאר פרעהן, דעם מלך פון מצרים; און ער האט אים באשטימט פאר א מושל איבער מצרים און איבער זיין גאנץ הויז.
און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.
אדער ביסטו מבזה די עשירות פון זיין גוטסקייט, געדולד און צוריקגעהאלטנקייט, נישט וויסנדיק, אז די גוטסקייט פון ה׳ זאל דיך פירן צום תשובה טאן?
ווארום איינעם ווערט געגעבן דורך דעם גייסט א ווארט פון חכמה; און אן אנדערן א ווארט פון דערקענטעניש, לויט דעם זעלביקן גייסט;
דערפון רעדן מיר אויך מיט ווערטער, וועלכע נישט מענטשלעכע חכמה לערנט, נאר וועלכע דער רוח הקודש לערנט; פארגלייכנדיק רוחניותדיקע זאכן מיט רוחניותדיקע.
לויט דעם חסד פון ה׳, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האב איך ווי א קלוגער בוימייסטער געלייגט א יסוד; אן אנדערער אבער בויט (דערויף). זאל זשע יעדער אכטונג געבן, וויאזוי ער טוט דערויף בויען.
אז לויט אן אנטפלעקונג איז מיר נתגלה געווארן דער סוד, ווי איך האב אייך שוין פריער געשריבן בקיצור,
נאר דערפאר האט ער אויף מיר רחמנות געהאט, כדי אין מיר קודם כל זאל יהושע/ישוע המשיח ארויסווייזן זיין גאנצע סבלנות, פאר א ביישפיל פאר יענע, וועלכע וועלן ערשט גלויבן אין אים צום אייביקן לעבן.
אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.
די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.
וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער;
צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן,
דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.