Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב פעטרוס בריוו 2:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב פעטרוס בריוו 2:18
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור.


און א געוויסער מאן מיטן נאמען שמעון, וועלכער פלעגט זיך פריער אפגעבן מיט כשוף אין דער שטאט און האט דערשטוינט דאס פאלק פון שומרון, אויסגעבנדיק זיך פאר עפעס גרויס;


לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה.


דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל,


וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט.


איר האט געלעבט אין תענוגים אויף דער ערד און זיך אנגעטאן פארגעניגנס; איר האט געפאשעט אייערע הערצער ווי אינם טאג פון דער שחיטה.


דורך וועלכע ער האט אונדז געשענקט די טייערסטע און גרעסטע הבטחות; כדי דורך די דאזיקע זאלט איר ווערן אנטיילנעמער אין דער ג‑טלעכער טבע, אנטרונענדיק פון דער פארדארבונג, וואס איז אין דער וועלט דורך תאווה.


האבן אויגן פול מיט זנות און נישט געזעטיקטע פון זינד; לאקן צו זיך אומסטאביל נפשות; האבן אן הארץ געוואוינט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון א קללה;


און א סך וועלן נאכפאלגן זייערע אויסגעלאסנקייטן, דורך וועלכע דער וועג פון אמת וועט ווערן געלעסטערט.


ווארום אויב נאך דעם ווי זיי זענען אנטרונען פון די באפלעקונגען פון דער וועלט דורך דער דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח, זענען זיי ווידער פארוויקלט אין די דאזיקע און זענען בייגעקומען געווארן, איז זייער סוף ערגער ווי דער אנהויב.


און האט מציל געווען דעם צדיק לוט, וועלכער איז געקוועלט געווארן דורך דער פארשייטער אויפפירונג פון די שענדלעכע מענטשן מחוץ דעם געזעץ—


און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד.


ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק.


און איך האב געזען אן אנדערע חיה ארויפשטייגן פון דער ערד; און זי האט געהאט צוויי הערנער, ענלעך צום לעמעלע, און גערעדט ווי א שלאנג.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ