16 ער האט אבער געהאט א שטראף פאר זיין אייגענעם חטא; א שטומע בהמה אין געשפאן, רעדנדיק מיט א מענטשלעך קול, האט פארווערט דאס משוגעת פון דעם נביא.
דעריבער אויב איר זענט נישט געווען געטריי אין דעם אומגערעכטן ממון, ווער וועט אייך אנפארטרויען דאס אמתע?
און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ.