Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב פעטרוס בריוו 1:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 און פעסטער איז דאס נביאיש ווארט, וואס מיר האבן; און איר וועט טאן גוט, האלטנדיק זיך דערצו, ווי צו א ליכט, וואס שיינט אויף א טונקל ארט, ביז דער טאג ברעכט אריין, און דער מארגנשטערן וועט אויפגיין אין אייערע הערצער;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב פעטרוס בריוו 1:19
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דאס פאלק, וואס איז געזעסן אין דער פינסטער, האט געזען א גרויס ליכט, און צו די, וואס זענען געזעסן אין א לאנד און אין שאטן פון טויט, פאר זיי האט א ליכט אויפגעשיינט. (ישעיהו ט, א-ב.)


ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט.


איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.


דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.


זיך אפצוהאלטן פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און (פון פלייש פון בהמות) דערווארגענע און פון זנות, פון וועלכע אויב איר וועט זיך אפהיטן, וועט אייך גיין גוט. שלום צו אייך.


און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי.


ווארום אויב דאס ווארט, וואס איז גערעדט געווארן דורך מלאכים, איז געווען פעסט, און יעדע עבירה און ווידערשפעניקייט האט באקומען א גערעכטע פארגעלטונג,


דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;


וואס שייך וועלכער ישועה עס האבן חוקר ודורש געווען די נביאים, וואס האבן נבואות געזאגט וועגן דעם חסד (באשטימט) פאר אייערטוועגן;


ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.


וועלכע האבן עדות געזאגט וועגן דיין ליבע פאר דער קהלה; דו וועסט טאן גוט, אויב דו וועסט זיי ווייטער שיקן ווי עס איז ראוי פאר ה׳;


און וועל אים געבן דעם מארגנשטערן.


איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ