13 און איך האלט עס פאר רעכט, כל זמן איך בין אין דעם דאזיקן געצעלט, אייך צו דערוועקן מיט א דערינערונג;
מיר זענען געטרייסט, און ווילן ליבער אויסוואנדערן פון דעם גוף און זיין אינדערהיים ביים האר.
ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה.
אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט;
צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט.
געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.
דערפאר וועל איך תמיד זיין גרייט אייך צו דערמאנען וועגן די דאזיקע זאכן, הגם איר קענט זיי און זענט געגרונטפעסטיקט אין דעם אמת, וועלכער איז ביי (אייך).
ווייל איך ווייס, אז אין גיכן וועל איך אפלייגן מיין געצעלט, ווי אויך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח האט עס מיר קלאר געמאכט.
דאס דאזיקע, געליבטע, איז שוין דער צווייטער בריוו, וואס איך שרייב אייך; אין וועלכע איך דערוועק דורך א דערינערונג אייער לויטערן פארשטאנד;