8 היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר.
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: זעט, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן!
איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט!
איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.
און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט!
און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!
דער שניטער באקומט א שכר, און זאמלט איין פירות צום אייביקן לעבן, כדי דער פארזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוזאמען.
און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד.
וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר.
דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע.
אזויפיל האט איר געליטן אומזיסט? אויב עס איז ווירקלעך אומזיסט.
איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט.
דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.
דערמאנט זיך אבער די ערשטע טעג, אין וועלכע דאס ליכט איז אייך אויפגעגאנגען, דעם ראנגלעניש פון ליידן, וואס איר האט דערטראגן;
ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר.
און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;
איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.