6 און דאס דאזיקע איז די ליבע: אז מיר זאלן לעבן לויט זיינע געבאטן. דאס דאזיקע איז דאס געבאט, ווי איר האט געהערט פון אנהויב אָן, אז איר זאלט לעבן דערין.
אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן!
ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים.
אויב איר וועט האלטן מיינע געבאטן, וועט איר בלייבן אין מיין ליבע, ווי איך האב געהאלטן די געבאטן פון מיין פאטער, און בלייב אין דער ליבע זיינער.
איר זענט מיינע פריינד, אויב איר טוט, וואס איך באפעל אייך.
זאל בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן. אויב עס וועט בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן, וועט איר אויך בלייבן אין דעם זון און אין דעם פאטער.
ווער אבער עס היט יא אפ זיין ווארט, ווערט ה׳ס ליבע באמת פארפאלקאמט אין אים. דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר זענען אין אים:
געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט.
און אויב מיר ווייסן, אז ער הערט אונדז, וועגן וואס מיר בעטן, ווייסן מיר, אז מיר האבן די בקשות, וועלכע מיר האבן געבעטן פון אים.
ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.
און איצט בעט איך דיך, הארינטע, נישט ווי איך וואלט דיר געשריבן א ניי געבאט, נאר דאס, וואס מיר האבן געהאט פון אנהויב אָן, אז מיר זאלן ליב האבן איינס דאס אנדערע.