11 ווארום ווער עס גיט אים אפ שלום, דער האט א חלק אין זיינע בייזע מעשים.
און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינצטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן;
גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין.
ווארום יעדער, וואס דערנערט זיך פון מילך איז אומדערפארן וואס שייך דעם ווארט פון צדקות; ווארום ער איז א זויגנדיק קינד.
ראטעוועט זיי, און זייט זיי מציל פונם פייער; און ווידער איבער אנדערע זאלט איר זיך מרחם זיין מיט מורא; האסנדיק אפילו דאס קלייד באפלעקט פונם פלייש.
און איך האב געהערט אן אנדער קול פון הימל זאגן: קומט ארויס פון איר, אָ מיין פאלק, כדי איר זאלט נישט האבן קיין אנטייל אין אירע זינד, און אז איר זאלט נישט באקומען פון אירע מכות;