Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב יוחנן בריוו 1:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב יוחנן בריוו 1:1
25 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס,


און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען.


דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.


גיט אפ שלום רופוסן, דעם אויסדערוויילטן אינם האר, און די מוטער זיינע און מיינע.


נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן?


צו וועמען מיר האבן אפילו אויף קיין איין שעה נישט נאכגעגעבן מיט הכנעה; כדי דער אמת פון דער גוטער בשורה זאל פארבלייבן ביי אייך.


אומפארשטאנדיקע גאלאטער! ווער האט אייך פארכישופט, אייך, פאר וועמעס אויגן יהושע/ישוע המשיח איז פריער געמאָלט געווארן אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים?


איר זענט גוט געלאפן; ווער האט אייך געהינדערט, אז איר זאלט נישט געהארכן דעם אמת?


צוליב דער האפענונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה,


וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת.


ווארום אויב מיר זינדיקן במזיד, נאכדעם ווי מיר האבן באקומען די דערקענטעניש פונם אמת, בלייבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד,


לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.


די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן:


עס גיט אייך אפ שלום די מיטאויסדערוויילטע קהלה אין בבל און מארקוס דער זון מיינער.


איך האב אייך נישט געשריבן, ווייל איר קענט נישט דעם אמת, נאר ווייל איר קענט אים, און ווייל (איר ווייסט, אז) קיין שקר איז נישט אויס דעם אמת.


קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת.


עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.


און איצט בעט איך דיך, הארינטע, נישט ווי איך וואלט דיר געשריבן א ניי געבאט, נאר דאס, וואס מיר האבן געהאט פון אנהויב אָן, אז מיר זאלן ליב האבן איינס דאס אנדערע.


דער זקן צו גאיוסן דעם געליבטן, וועמען איך האב באמת ליב.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ