Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 9:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 9:8
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.


דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.


ווייל איר פארלאנגט א באווייז, אז דורך מיר רעדט דער משיח, וועלכער איז נישט שוואך לגבי אייך, נאר א גיבור צווישן אייך;


נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג,


אז אין א גרויסן נסיון פון צרות, האט די שפע פון זייער פרייד און זייער טיפע ארעמקייט איבערגעפלאסן צו אן עשירות פון זייער מילדהארציקייט.


יא, ווי איר האט אין אלעם א שפע, אין אמונה און אין ווארט און אין וויסן און אין יעדן פלייס און אין אייער ליבע צו אונדז, אזוי זאלט איר האבן א שפע אפילו אין דעם דאזיקן חסד.


כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז.


ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.


און צו אים, וואס איז אימשטאנד צו טאן פיל מער איבער אונדזער בעטן אדער טראכטן, לויט דעם כוח, וואס ווירקט אין אונדז,


נישט אויס נויט זאג איך דאס: ווארום איך האב געלערנט, אין וואס פאר א מעמד איך זאל מיך נישט געפינען, אויסצוקומען מיט דעם, וואס איך האב.


צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;


זאל טרייסטן אייערע הערצער און (אייך) שטארקן אין כלערליי מעשים טובים און יעדן גוטן ווארט.


ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים.


כדי דער מענטש פון ג‑ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.


און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר. עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר.


עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;


דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ