4 טאמער וועלן קומען מאצעדאניער מיט מיר און אייך געפינען נישט צוגעגרייט, וועלן מיר פארשעמט ווערן—איך וויל נישט זאגן: איר—אין דעם דאזיקן בטחון.
ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים.
יעדן ערשטן טאג פון דער וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען.
וואס איך רעד, רעד איך נישט לויט דעם האר, נאר ווי אין נארישקייט, אין דער דאזיקער כוונה פון בארימונג.
ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך.
ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי.
איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק.