Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




ב קארינטער בריוו 9:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




ב קארינטער בריוו 9:2
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,


און נאך פיל יארן בין איך געקומען צו ברענגען נדבות צו מיין פאלק, און קרבנות;


ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים.


און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים,


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא:


ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן.


גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות.


און אין דעם דאזיקן גיב איך מיין מיינונג; ווארום דאס איז נוצלעך פאר אייך, וועלכע האבן מיט א יאר צוריק אנגעהויבן נישט בלויז צו טאן נאר אויך צו באגערן.


איצט אבער פארענדיקט אויך דאס טאן; אז פונקט ווי איר האט געהאט דעם חשק צום וועלן, אזוי זאל אויך זיין די פארענדיקונג פון דעם, וואס איר האט.


נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג,


ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך.


איך זאג עס נישט ווי א געבאט, נאר איך פרוביר אויס דורך דעם פלייס פון אנדערע אויך די עכטקייט פון אייער ליבע.


אזוי, אז איר זענט געווארן א מוסטער פאר אלע מאמינים אין מאצעדאניען און אין דעם (לאנד) אכאיא.


און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ