24 ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך.
און די קהילה איבער גאנץ יהודה און גליל און שומרון האט געהאט שלום. איז דערבויט געווארן; און איז געגאנגען אין דער פורכט פון דעם האר; און דורך דער טרייסט פון דעם רוח הקודש האט זי זיך פארמערט.
ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן.
גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות.
איך זאג עס נישט ווי א געבאט, נאר איך פרוביר אויס דורך דעם פלייס פון אנדערע אויך די עכטקייט פון אייער ליבע.